Contact About Reserve


בס״ד

בהירות! קלארקייט אין לעבן...

'בהירות' איז אוועקגעשטלעט געווארן, צו ברענגען פארן ברייטען היימישען ציבור, קלארע תורה'דיגע השקפה און הדרכה אין אלע געביטען פונעם לעבן, געבויעט אויפ'ן ריינעם חסיד'ישען דרך. דאס אלץ, דורך פארשידענע צוזאמקומענישען, שיעורים, פארברענגענס און שבתים, אנגעפירט דורך וועלט בארימטע רעדנער.

אין היינטיגען וועלט, ווען אסאך וואונדערען זיך און פרעגן וועגן פארשידענע טעמעס אין אידישקייט, תורה און מצוות, שכר און עונש, אמונה און בטחון, חינוך און שלום בית, מענטשען זענען נישט זיכער מיט זיך זעלבסט "וואס טוה איך דא אויף דער וועלט?" "ווער דארף מיר בכלל?" "צי ארט דעם אויבערשטער מיין מצוה אדער קליינע הידור?" – 'בהירות' ברענגט דעם ענטפער. 'בהירות' ברענגט א קלארקייט אין אלע תחומי החיים.

שבת קודש פרשת יתרו תשפ"ה, וועט בעז"ה פארקומען דעם ערשטען 'שבת בהירות', וואו עס וועלען זיך באטייליגען א שיינעם ציבור בלע"ה, אלע מיט'ן ציל "נדעה נרדפה לדעת את ה", הערן פון די וועלט בארימטע רעדנער הרב מאניס פרידמאן מיט הרב שת טאוב, ווי אויך מרת שטערנא גינסבערג פאר די פרויען, "מה חובתי בעולמי".

א גאר הערליכע און אינהאלסטרייכע פראגראם איז בעז״ה צוגעגרייט געווארען פאר דעם שבת, אויף אן היימישען און חסידיש׳ען אטמאספער. די סעודות שבת וועלן זיין אפגעטיילט מענער/פרויען.

Reserve Now Contact Us